The Four Sons that live in me

איבערגעזעצט פֿון העברעיִש פֿון אלי שאַרפֿשטיין

וועגן פֿיר בנים דערציילט אונדז די תּורה. איך פֿאַרבעט אײַך זיך צו באַקענען מיט די פֿיר בנים, וואָס לעבן אין מיר.

פֿיר בנים. אַמאָל העלפֿן זיי מיר אויפֿשטײַגן, און אַמאָל האַלטן זיי אָפּ מײַן פֿאָרויסגיין. נאָר אַלע פֿיר ווילן פֿאַר מיר דאָס בעסטע, און טוען אַלץ מיך צו פֿאַרהיטן.

אַלע מאָל, ווען איך וויל אָנהייבן עפּעס א נײַע זאַך, אַ נײַעם פּראָיעקט, מאַכט דער רשע אַ געוואַלד: „טו ניט, דו ביסט נישט קיין מומחה, ס’איז נישט ווערט דײַן אַרבעט, אַ שאָד דײַנע כּוחות, דו ביסט שוין נישט אַזוי יונג.“

דער, וואָס ווייסט נישט וואָס צו פֿרעגן, ער רעדט מיט אויסרוף צײַכנס. זײַן לשון־אוצר איז פֿול מיט ווערטער ווי: „זיכער! אַוודאי! נישטאָ קיין ספֿק! מיר איז אַלץ קלאָר!“ ער מיינט, אַז ער מאַכט מיך שטאָלצער ווען ער וויל פֿאַרשטאַרקן מײַן „איך“, מײַן עגאָ. ער קריטיקירט, מישפּט און האָט קיין מאָל נישט קיין טעות.

דעם תּם האָב איז זיך אויסגעלערנט ליב צו האָבן נאָר דאַן, ווען איך האָב אַוועקגעשיקט די ערשטע צוויי זיך אָפּרוען אַ ביסל. דער תּם האָט נישט מורא צו פֿרעגן קשיות. ער האָט נישט קיין עגאָ, און יעדעס מאָל איז ער גרייט אויסצוהערן אַ קריטיק. ער שטעלט פֿאָר אין פּאָזיטיווע פֿאַרבן די פּוסטע העלפֿט פֿונעם גלאָז, וואָס איז תּמיד גרייט זיך אָנצואָנפֿילן.

דער חכם איז דער קאָמפּליצירטסטער פֿון אַלע. ער איז אַ שעפֿעריש „שייגעצל“, אָבער אויך באַקלערט און מיושבֿדיק. ער דערלויבט זיך צו פֿליִען אין ווײַטע האָריזאָנטן, אָבער באַצײכנט די צילן  און אויפֿגאַבן. ער הערט זיך צו צו דעם רשע, לערנט יענעם, וואָס ווייסט ניט וואָס צו פֿרעגן,  און שטיצט זיך מיטן תּם, כּדי צו גלויבן און טרוימען.

זאַלבע פֿיר הערן זיך זיי צו, איינער צום אַנדערן, און אַלע צוזאַמען זײַנען זיי… איך.

The post The Four Sons that live in me appeared first on The Forward.



from The Forward https://ift.tt/j6GAdZb

Comments

Popular posts from this blog